כאב (ווייטאג) – מתורגם
מוטי אילוביץ
אלבום "רעיונות"
מילים באידיש:
צו געדענקסטו ווען געשריגן דו האסט
און טרערן פון די אויגן געלאזט.
צו זיך אליין גערעדט –
שטילערהייט אין בעט
און געמיינט אז ס’איז עק וועלט.
צו גלייבסטו אז די שווערסטע נעכט
ווען דו האסט געפילט פארלוירן און שלעכט.
דיין הארץ איז דיר צושטורעמט –
דאס האט דיך געפארעמט
און דיך אויף דיינע פיס געשטעלט.
ווייל יעדע גריבּעלע צער
ברענגט מיט זיך א טעצעלע שכר
עס היילט – און עס טיילט –
כוחות ווי נאך קיינמאל בעפאַר.
“ווי גליקליך ביסטו אז דו שפּירסט ווייטאג
עס גייט דיך מאכן שטערקער נאך איין טאג.
איין טאג, איין טאג.
איין טאג וועסטו זען
אז נאר דורך דעם
וואס ס’איז דיר געווען שווער
ביסטו געוואקסן מער.”
יעדער וואס האט ערגעץ דערגרייכט
האט א וועג אדורכגעמאכט.
א טעות מאכט אונז בעסער –
נסיונות מאכט אונז גרעסער
הארץ וויי איז א הארציגע שפראך.
וואויל איז דער וואס שפירן טוט
אבער גלייבט אז ס’וועט נאך ווערן גוט.
דיין הצלחה פון מארגן –
זענען נעכטיגע זארגן
ווען דו האסט געמיינט אז דו ביסט שוואַך.
ווייל יעדע גריבּעלע צער
ברענגט מיט זיך א טעצעלע שכר
עס היילט – און עס טיילט –
כוחות ווי נאך קיינמאל בעפאַר.
“ווי גליקליך….
די טאג וואס דו קומסט אָן ווייט
וועסטו שטיין אין די זייט
ס’איז געווען א שווערע צייט
אבער אָן דעם וואלט איך גארנישט געהאט.
“ווי גליקליך….