שאולי בסינגל קליפ חדש | יישוב הדעת | צפו

להאזנה:

Song Lyrics:
איך וויל,
זיין דא פאר דיר,
לאז מיר
איך וויל,
טראגן דיין צער מיט דיר
לאז צו

יעדע מענטש פון פלייש און ביין
האט שלעכטע מחשבות ווען ער איז אליין
אבער ס'אלעס פיין
ווילאנג ס'בלייבט אינסייד
באגראב עס, איגנאר עס, קענסט ווייטער גיין
אבער ווייסט אליין
דער מוח בלייבט נישט שטיין
סורפרייז, ער איז דא, מאכט זיך אינדערהיים
די אלע ספיקות לאזען נישט צירוה
אויף די נערוון גייט עס, די ענקזייעטי
נאך פאר דו ווייסט ס'איז שוין צופרי
וואונדערסט זיך וואס וועט זיין מיט מיר
פרעגסט דעם שפיגל ווער האט דיך ליב
?מיט דיר wrong דו פערד דו שוטה וואס איז
?שא, הער אויף, וויפיל איז דער שיעור
די זעלבע זאך נעכטן, סטאפ עס צו טון
!האסט שוין פארגעסן? ס'האט וויי געטון
הער אויף סטרעסן, הער דיך צו
?דו מוזסט רילעקסן, אפשר טערעפּי
עס דיך נישט אויף דאס געזונט, אבי
מאכסט עס נאר ערגער, מאך עס צו
הער אויף טרייען און טרייען און טרייען
ווייל ס'פונקט ווי,
אויסלעשן פייער מיט געזאלין
אויסלעשן פייער מיט געזאלין
אויסלעשן פייער מיט
אויסלעשן פייער

איך וויל,
זיין דא פאר דיר,
לאז מיר
איך וויל,
טראגן דיין צער מיט דיר
לאז צו

איך וויל,
האלטן דיין פּיין פאר דיר
לאז מיר
איך ווייס,
ס'טוט וויי
איך פארשטיי דיך
הער צו

אויב איך עפען די טיר, קומסטו ארויס
אדער מאכסט זיך צו, שפארסט מיך אויס
כ'ווייז מיין אמת און עפן מיך אויף
מיין הארץ, נעמסט עס און לאכסט מיך אויס

א רגע slow down
ok ס'איז
pain דער אמת איז יעדער איז אין
וויש אפ די גלעזער קוק וועסטו זעהן
?שעמסטיך? פאר וועמען
same זעמיר אלע די

קענסטיך שוין אויפהערן באהאלטן
בויען דא די וואנט
פארמאכט אין דיין אייגענע תפיסה
מיט די שליסל אין די האנט
ווייל דו שפארסט מיך אויס, אבער שפארסט זיך איין
שפארסט מיך אויס, אבער שפארסט זיך איין
שפארסט מיך אויס, אבער שפארסט זיך איין
שפארסט מיך אויס, אבער..

איך וויל,
זיין דא פאר דיר,
לאז מיר
איך וויל,
טראגן דיין צער מיט דיר
לאז צו

איך וויל,
האלטן דיין פּיין פאר דיר
לאז מיר
איך ווייס,
ס'טוט וויי
איך פארשטיי דיך
הער צו

זאג מיך איך בין נישט דא אליין, ניין
זאג מיר איך בין נישט דא אליין
איך בעט דיר, ווייז מיר,
זאג מיר אז דו זעסט מיר
האלט מיר
זאג מיך איך בין נישט אליין

ס'נישט נאר דיר
ס'איז אויך מיר
און אלעמען
ס'מוטשעט טיף
יעדער פאר זיך
דער מוח פליעט
און צינדט אן אלארעמס
ס'שרייט ס'קלאגט
ס'לאזט נישט אפ

ס'נישט נאר דיר
ס'איז אויך מיר
און אלעמען
יעדע נאכט
טיף פארטראכט
איך ליג און ווארט
עס זאל זיך דערבארעמען
מאך זיך צו
איך בעט דיר שלאף

ס'נישט נאר דיר
ס'איז אויך מיר
און אלעמען
ס'מוטשעט טיף
יעדער פאר זיך
דער מוח פליעט
און צינדט אן אלארעמס
ס'שרייט ס'קלאגט
ס'לאזט נישט אפ

ס'נישט נאר דיר
ס'איז אויך מיר
און אלעמען
מאך זיך צו
איך בעט דיר שלאף

English Translation:

I want
To be here for you
Let me
I want
To carry your pain with you
Let it be

Every person from flesh and bone
Has some bad thoughts when left alone
But it's all fine
As long as it stays inside
Bury it, ignore it, and just keep going

But you know it well
The brain doesn't stop
Surprise, he's here, makes himself at home
All the doubts don't let you be
Grinding on your nerves, the anxiety

Before you know it, it's already morning
Wondering to yourself, what will become of me?
You ask the mirror who loves you?
You're dumb, a bum, what is wrong with you?
Shh, stop, how much can you take?
Same thing as yesterday, stop doing it
Did you forget? It hurt so bad
Stop the stressing, listen to me
You've got to relax, maybe therapy?
It's eating at your health for no reason
You are making it worse, shut it down
Stop trying and trying and trying
It's like putting out fire with gasoline
Putting out fire with gasoline
Putting out fire with..
Putting out fire..

I want
To be here for you
Let me
I want
To carry your pain with you
Let be

I want
To hold your hurt for you
Let me
I know
It hurts
I understand
Listen

If I open the door will you come out
Or you'll close me off and shut me out
If I show my truth and open my heart you'll take it and laugh at me?

Slow down a moment
It's ok
The truth is that everyone is in pain
Wipe off the glasses, look, you'll see
You're ashamed? Of whom?
We are all the same

You can stop hiding
Building this wall
Captured in your own prison
With the key in your hand
Because you are shutting me out but trapping yourself in
Shutting me out but trapping yourself in

(chorus)

Tell me that I'm not here alone, no
Tell me that I'm not here alone
I'm begging you, show me
Tell me that you see me
Hold me
Tell me that I'm not alone

It's not just you
It's also me
And everyone
It bothers deep
Within ourselves
The brain it buzzes
Turns on alarms
It cries and screams
Can't let go

It's not just you
It's also me
And everyone
It's every night
Deep in thought
Lay and wait
For some mercy
Please shut off
Begging for sleep

It's not just you
It's also me
And everyone
It bothers deep
Within ourselves
The brain it buzzes
Turns on alarms
Please shut off
Begging for sleep

השאירו תגובה

האימייל לא יוצג באתר. שדות החובה מסומנים *

ברכות! 🎉

פנייתך התקבלה,

נפנה אליך בקרוב להצעת פרסום משתלמת.

הרשמה לאתר

שם משתמש*
שם פרטי*
שם משפחה*
אימייל*
טלפון
עיר מגורים
סיסמא*
אימות סיסמא*
תמונת פרופיל
Maximum file size: 1 MB
דילוג לתוכן